Drukuj | A A A | Zgłoś problem | 49 646 413 zn. | 66758 zdjęcia | 900 wideo | 113 audio | 2219 miejscowości

 

 
 

yiddish

וועגן דעם פּראָיעקט  

דאָס ווירטועלע שטעטל איז אַ פּאָרטאַל פֿון יידישער דאָיקער געשיכטע. אין דעם מאָמענט, אַז דער פּאָרטאַל איז
באַשאַפֿן געוואָרן, האָט ער שוין אַרײַנגענןמען אַ סך אינפֿאָרמאַציעס.אחוץ דעם זען מיר די צוקונפֿט פֿונעם פּאָרטאַל אין דער מיטאַרבעט פֿון אינטערנעץ-מענטש. עס קומט אויף אַ פּאָרטאַל, וואָס וועט זײַן אַ בריק צווישן דער יידיש-פּוילישער געשיכטע און דער הײַנטיקער וועלט

 

דער מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע יידן שאַפֿט דעם מאָדערנעם מכשיר אין אָט דער צײַט, אַז דער אויפֿבוי פֿונעם בנין האָט זיך קוים וואָס אָנגעהויבן. דאָס ווירטועלע שטעטל איז אַ מוזיי אָן מויערן, ס'איז אַ לאָגישע קאָנסעקווענץ פֿונעם אויפֿבוי פֿונעם מוזיי און אויך די ענטפֿער אויף די דערוואַרטונגען פֿונעם וואָלק.

דאָס ווירטועלע שטעטל באַשרײַבט די געשיכטע פֿון פּוילישע יידן, וואָס איז אָפֿט מאָל פֿאַרגעקומען פּונקט אין די שטעטלעך. אויפֿן פּאָרטאַל געפֿינט מען אינפֿאָרמאַציעס וועגן דער געשיכטע און וועגן איצט, וועגן קליינע שטעטלעך און אויך וועגן גרויסע שטעט. דער פּאָרטאַל פֿאַרנעמט זיך מיט דעם הײַנטיקן און פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן. די ענגלישע ווערסיע וועט דערלויבן, אַז אויך די פּוילישע יידן פֿון גאַנצער וועלט און זייערע אייניקלעל וועלן קענען באַניצן דאָס ווירטועלע שטעטל.

דאָס פֿולע בילד פֿון דער געשיכטע און פּויליש-יידישע פֿאַרהעלטענישן איז און וועט זײַן געשאַפֿן צוליב באַמיונגען פֿון אַ סך אינסטיטוציעס, אָרגאַניזאַציעס און פּריוואַטע פּערזאָנען. עשירות פֿון טעמעס איז די סיבה, פֿאַרוואָס די ליסטע פֿון איניציאַטיוון, וואָס מע קען אָנרירן, איז אָן אַן עק. אַ וויכטיקער מקר, ווו זענען דאָ טשיקאַווע און נוציקע אינפֿאָרמאַציעס איז דער פּאָרטאַל Polin און אויך דער פּאָרטאַל פֿון לאָקאַלן ציבור
www.jewish.org.pl
דאָס ווירטועלע שטעטל שעפּט אויך פֿון דער פּראַקטיק פֿון אינטערנעצ-פּראָיעקטןֿ:
izrael.badacz.org, Diapozytyw.
און פֿון דער לאַנגער מיטאַרבעט פֿונעם מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע יידן און דעם יידישן היסטאָרישן אינסטיטוט


דאָס ווירטועלע שטעטל איז נישט קיין אָרט, נאָר די מענטשן, וואָס שאַפֿן דעם פּאָרטאַל. לאָמיר מאַכן פֿאָטאָגראַפֿיעס, לאָמיר זוכן די אָנדענקען, לאָמיר זיך צוהערן צו די זכּרונס, לאָמיר זיך אינפֿאָרמירן און שאַפֿן נײַע איניציאַטיוון. לאָמיר זיך באַקענען און אַרבעטן צוזאַמען